נאך וואכן פון אומקלארקייט און נאכ׳ן זאגן אז ער וועט זיך נישט אריינמישן נאר ״לאזן די בירגער אין אלאבאמא באשליסן״ האט פרעזידענט טראמפ היינט אפיציעל אינדארסירט דעם אלאבאמא רעפובליקאנער סענאט קאנדידאט רוי מאָר, וועלכער האט פארלוירן די שטיצע פון מיינסטנס רעפובליקאנער נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן פאקטן איבער זיין געמיינע און אוממאראלישע אויפפירונג. דער פרעזידענט האט געשריבן אז ״מען דארף האבן די שטימע פון רוי מאָר אין סענאט צו קענען פאראויסגיין מיט ענדיגן פארברעכן, אימיגראציע, און אזוי ווייטער״ און דערביי אראפגעריסן זיין קעגנער וועמען ער האט אנגערופן ״א קליינע הינטל פון שומער און פעלאוסי״.

טוויט: טראמפ אינדארסירט אפיציעל רוי מאָר

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל