די שטאט האט אונטערגענומען א צאל ערנסטע זיכערהייטס-מיטלען צו אפהיטן די שטאט און עפנטליכקייט פון טעראר-אטאקעס און געוואלדטאטן דורכאויס די ניי-יאר פייערונגען דעם קומענדיגן זונטאג נאכט אין מאנהעטן.

צו די פייערונגען, וואס ווערן אפגעהאלטן מיט גרויס פאראד אין 'טיימס סקווער', קומען מאסן מענטשן פון גאנצן לאנד, און דער ניו יארק פאליציי דעפארטמענט האט אונטערגענומען מערערע שריט צו היטן אויף דער זיכערקייט פון שטאט, אריינגערעכנט צעמענטענע באריקאדעס, וואס זאלן אפהאלטן א מעגליכן טעראריסט פון אריינפארן מיט אן אויטאמאביל אין די מאסן, ווי אויך שמעק-הינט וואס זענען טרענירט צו דערשפירן אויפרייס-מאטעריאל, און באוואפנטע פאליציאנטן אינדרויסן פון די גרעסערע, וויכטיגע האטעלן אין שטאט.

איבער צוויי-מיליאן מענטשן ווערט דערווארטעט צו טיילנעמען אין די טיימס-סקווער, ניי-יאר פייערונגען. א שטח ארום דער געגנט וועט טיילווייז אפגעשלאסן ווערן פאר טראקס, און פאליצייאישע שארפשיסערס וועלן שטיין אויף די דעכער פון ארומיגע געביידעס.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל