פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפגעהאלטן א אינטערוויו צום נייעם יאר למספרם מיט די ״ניו יארק טיימס״ אין וועלכע ער האט זיך באצויגן צו א רייע אישוס אויפ׳ן סדר היום, און צווישן אנדערע צום אויספארשונג איבער די רוסישע אינטערווענץ אין די אמעריקאנער וואלן. דער פרעזידענט האט געזאגט ״די אויספארשונג מאכט די פאראייניגטע שטאטן אויסזען זייער שלעכט אין די וועלט״ דער פרעזידענט האט אבער נישט אויסגעדריקט קיין פערזענליכע זארג איבער די אויסגאנג פון די אויספארשונג, נאר צו די פאקט אז עס שלעפט זיך אן קיין ענדע, דער פרעזידענט האט געהאט פארשפראכן מיט א צייט צוריק אז ער איז איבערצייגט אז די אויספארשונג וועט זיך ענדיגן ביז צום ענדע פונעם קאלענדער יאר, אבער אצינד האט ער געזאגט ״איך האב נישט קיין אנונג ווילאנג דאס וועט זיך שלעפן, אבער איך ווייס אז די אויספארשער זענען אויפריכטיג און וועלן זיך באציען צו מיר יושר׳דיג״ און צוגעלייגט אז די באווייזן זענען אז די דעמאקראטן האבן גאר קאלאבערירט מיט די רוסן איבער די וואלן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל