דער פרעזידענט האט נעכטן ארויסגעלייגט א טוויט ״עס קען מעגליך זיין דאס קעלטסטע ניי יאר אויפ׳ן רעקארד אין מזרח אמעריקע, אפשר קען מען האבן אביסל גלאובעל ווארמינג, וואס אונזער לאנד האט געהאלטן ביים צאלן טריליאנען דאלערס צו פארמיידן״ ער האט זיך דערמיט באצויגן צו די פאריזער אפמאכן אונטער וועלכע אמעריקע און אנדערע רייכע וועלט לענדער וואלטן געדארפט אריינלייגן שווערע ביליאנען צו נידערן לופט פארפעסטיגונג און קלימאט טויש. וויסנשאפטליכער האבן שטארק אראפגעריסן דעם טוויט זאגנדיג אז די קעלט קען מעגליך אויך זיין א רעזולטאט פון קלימאט טויש וואס ברענגט עקסטרעמע און אומרעגולירטע וועטערס, און האבן אנגעצייגט אז א לעצטערע באריכט פון א זעלבסשטענדיגע רעגירונג אגענטור האט געזאגט אז עס איז 100% זיכער אז קלימאט טויש פאסירט און אז עס איז 95% זיכער אז מענטשן טוען ביישטייערן צו דעם, זיי האבן אויך אנגעוויזן אז אין 2017 איז געווען דריי מאל אזויפיל רעקארד ברעכנדע היצן ווי רעקארד ברעכנדע קעלט.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל