אין מדינת ישראל הערשט א אנגעצויגנקייט נאכדעם וואס ווי עס שיינט וועלן איראן און די אסאד מיליטער אין די קומענדיגע טעג צוריקבאקומען די אויבערהאנט אריבער דעם גרעניץ נאכדעם וואס די רעשטלעך קעמפער וועלכע האבן אנגעהאלטן קאנטראל אינעם ראיאן האבן געשיקט א ביטע פאר׳ן רעזשים זיי צו לאזן מאכן א פרידליכע ריקצוג און איבערגעבן קאנטראל צוריק פאר׳ן רעזשים און די איראנער מיליציעס וועלכע קעמפן מיט איר. אין די לעצטע טעג האט אסאד מיט די הילף פון כעזבאלע געמאכט שטארקע פארשריט אינעם געגנט און מיט די הילף פון מאסיווע באמבאדירונגען האט זי צוריק איינגענומען פילע געגענטער וועלכע זענען געווען אונטער רעבעלן קאנטראל, אצינד האבן די רעבעלן וועלכע באהערשן דעם גרעניץ ראיאן אנגעבאטן פאר׳ן רעזשים אן אפמאך אז זיי וועלן אראפלייגן דאס געווער אויב ווערן זיי ערלויבט צו טראנספערירט ווערן צו די אידליב ראיאן וואס איז אונטער רעבעלן קאנטראל. די אנטוויקלונגען שאפט שטארקע קאפ וויי פאר מדינת ישראל וויבאלד דאס געט פאר איר ארכי-שונא איראן א פאזיציע ביים גרעניץ מיט מדינת ישראל, א זאך וואס מדינת ישראל האט פארשפראכן אז זי וועט נישט צולאזן.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל