ניו דזשערסי – זיכערהייט מאסנאמען איז אונטערגענומען געווארן צו באשיצן סענאטאר קאורי בוקער אין ניו דזשערסי, נאכדעם וואס ער האט באקומען א טויט סטראשונקע. דער מעיאר פון נוארק, ניו דזשערסי זאגט אז די קעפיטאל פאליציי אין וואשינגטאן האבן געלאזט וויסן פאר די לאקאלע ניו דזשערסי פאליציי אז סענאטאר בוקער'ס פאמיליע איז אין געפאר, און צוליב דעם האט מען געשטעלט שטארקע זיכערהייט מאסנאמען ארום זיין היים. עס איז נישט קלאר וואס די סטראשונקעס קעגן בוקער זענען, אבער בוקער איז אין די לעצטערע מאנאטן געווארן אלס מער און מער א באקאנטער פאליטישער פיגור איבער'ן לאנד, זייענדיג פון די שטארקסטע קריטיקירער קעגן פרעזידענט טראמפ, און גאנץ לעצטנס ווען ער איז געפארן קיין אלאבאמא, צו קאמפיינען פאר'ן דעמאקראטישן סענאט קאנדידאט דאג דזשאונס – וואס די אלע שריט ווערן אויסגעטייטשט דורך פאליטישע אבזערווירער ווי גלייך בוקער גרייט זיך צו לויפן פאר פרעזידענט קעגן טראמפ אין יאר 2020.

בילד: טויט סטראשונקע קעגן סענאטאר בוקער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל