טוניזיע – דאס מיליטער אין טוניזיע האט נעכטן געזאגט אז זיי האבן אפגעשטעלט אן אטאקע פלאן אויפ'ן גרויסן שוהל אינעם הויפטשטאט טוניס. עס וואוינען היינט צוטאגס ארום זיבעצן הונדערט אידן אין טוניזיע, וואס די מערהייט פון זיי זענען קאנצענטרירט אויפ'ן אינזל דזשערבא, און די איבריגע וואוינען אינעם הויפטשטאט, וואו זיי נוצן דעם גרויסן היסטארישן שוהל אין צענטער פון דער שטאט. דאס ארטיגע מיליטער זאגט אז זיי האבן ארעסטירט איין פארשוין נאכ'ן אויפכאפן באווייזן אז ער פלאנירט א באמבע אטאקע אויפ'ן שוהל אין טוניס, און נאכ'ן אויספארשן דעם ארעסטירטן, האט ער זיך מודה געווען און האט אידענטיפיצירט א צווייטן פארשוין וועלכער איז געווען טייל פון דער אטאקע פלאן, און דער צווייטער איז שפעטער אויך ארעסטירט געווארן. גענויע דעטאלן פון דער אטאקע פלאן זענען דערווייל נישט ארויסגעגעבן געווארן.

בילד: טוניזיע שטעלט אפ שוהל-אטאקע פלאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל