סיריע – א פרישע שרעקעדיגע אינצידענט האט פאסירט צווישן אמעריקאנער און רוסישע פליגערס העכער סיריע, ווען צוויי רוסישע פליגערס זענען דורכגעפלויגן אריבער דעם יופערעיטיס טייך (נהר פרת) און אריינגעפלויגן אין טעריטאריע וואו אמעריקאנער מיליטערישע פליגערס האבן זיך געדרייעט. דער אינצידענט האט פאסירט ביי דער ספעציעלער "דימארקעישאן צעשיידונג ליניע", וואס רוסלאנד און אמעריקע האבן אוועקגעשטעלט א צייט צוריק, צו ערלויבן די עירפארס פליגערס פון ביידע לענדער ארומפליען אינעם ראיאן אן דעם וואס עס זאל אנטשטיין א געפאר פון צוזאמשטויסן. צוויי רוסישע "סו-25" פליגערס זענען אריינגעקומען אין די אמעריקאנער-קאנטראלירטע הימלען, וואס האט געצווינגען דאס מיליטער ארויסצושיקן צוויי פארגעשריטענע "עף-22" סטעלט פליגערס צו פארטרייבן די רוסישע פליגערס.

בילד: שיער-צוזאמשטויס אין סירישע הימלען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל