ענגלאנד – א שולע אין ענגלאנד פלאגט זיך מיט אן אנשיקעניש פון האזלעך, וועלכע האבן זיך באקוועם געמאכט אין זייערע פעלדער, ברענגנדיג אז קינדער זאלן געשעדיגט ווערן דערפון. די קינדער וואס פלעגן שפילן, און ארומלויפן אין גארטן פון דער שולע, פלעגן אומזעענדיג אריינוואנדערן אין די לעכער, זיך אנשטאלפערן, און ווערן געשעדיגט. מען האט זיי פרובירט באקעמפן מיט פארשידענע מיטלען, אריינגערעכנט שיסן מיט גאנס, און גיסן שווערע גאז-כעמיקאלן זיי צו מאכן אומבאקוועם, אבער גארנישט האט נישט געהאלפן. די שולע הויף איז געווארן פארשפארט, אין די קינדער גייען דורך אסאך אומבאקוועמליכקייטן, און מען גייט דורך אלע אפציעס וויאזוי מען קען פטור ווערן פון די טויזנטער חוצפה'דיגע האזלעך...

בילד: נישטא קיין חדר, צוליב האזלעך

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל