וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט א רעדע פון פרעזידענט טראמפ אין יוטא, וואו ער האט צווישן אנדערן געזאגט אז ער האפט אז דער אמטירנדער רעפובליקאנער יוטא סענאטאר אורין העטש וועט לויפן פאר ווידערוויילונג. העטש איז 83 יאר אלט און האט שוין די לעצטע פאר מאנאטן עטליכע מאל געשיקט סיגנאלן אז ער קלערט פון רעטייערן. די נאכאנאנדע שפעקולאציעס אז העטש וועט רעטייערן, האט געברענגט א שטארקע אינטערעסע ביי מיט ראמני, דער געוועזענער רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט אין יאר 12', צו לויפן פאר העטש'ס אפענע זיץ, וויבאלד ראמני וואוינט אין יוטא און ער האלט אז ער קען געווינען. פאליטישע אנאליסטן זאגן אז ס'איז פארשטענדליך אז טראמפ וויל אז סענאטאר העטש זאל פארבלייבן און ער וויל בלאקירן ראמני פון אריינקומען אינעם סענאט, וויבאלד ראמני איז אין לויף פונעם פארלאפענעם פרעזידענט קאמפיין סעזאן געווען איינס פון די שטארקסטע אנטי-טראמפ רעפובליקאנער פיגורן, קלערנדיג אפילו אליינס אריינצושפרינגען אלס א דריטע-פארטיי קאנדידאט פאר פרעזידענט.

בילד: טראמפ וויל נישט ראמני אינעם סענאט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל