די פרעסטיזשפולע "דויטשע באנק" אינסטיטוציע האט פארעפנטליכט אן אפשאצונג וואס זאגט, אז די כינעזישע עקאנאמיע איז שוואך באשיצט קעגן א קראך, און די מעגליכקייט אז כינע זאל זיך טרעפן אין אן עקאנאמישן זומפ אין די קומענדיגע יארן זענען צוויי מאל אזוי הויך ווי סיי וועלכע אנדערע גרויסע עקאנאמיע.

אנגעבנדיג די גרויסע חובות פון כינע אלס איין עיקר סיבה צו דער געפאר, האט דער הויפט אנאליסט פאר דעם אזיע-פאציפישן ראיאן פון דויטשער באנק, מייקל ספענסער, אנגעוויזן, אז די מעגליכקייט פון כינע זיך טרעפן אין אן ערנסטן עקאנאמישן פלאנטער שטייט ביי דרייצן פראצענט, וואס איז ארום דאפלט ווי אנדערע עקאנאמישע גרויסמאכטן איבער דער וועלט.

ספענסער האט צוגעלייגט אז די דורכשניטליכע פראצענט-מעגליכקייט פון רוב אנדערע לענדער מיט גוט-אנטוויקלטע עקאנאמיעס שטייט ביי ארום פיר פראצענט. און טראץ דעם וואס ס'זענען פאראן אנדערע לענדער מיט א היפש-הויכער ריזיקע-ראטע פון ארום זעקס פראצענט, פארנעמט כינע דעם אויבנאן פון עקאנאמיעס וואס זענען אויסגעשטעלט זיך צו טרעפן ביים שוועל פון א קראך אין די קומענדיגע יארן.

די כינעזישע עקאנאמיע איז זיך זייער צעוואקסן אין די לעצטערע יארן, און די דערשיינונג פון כסדר-אויפקומענדיגע פרישע פאבריקן און עקזיסטירנדע קאמפאניס וואס האלטן זיך אין איין פארגרעסערן, האבן א סך ביזנעסער זיך אנגעבארגט מיט גרויסע געלטער. די חובות פון כינעזישע געשעפטן האבן זיך זייער פארגרעסערט זינט 08', און באטרעפן שוין היינט איבער 100 פראצענט פון דעם לאנד'ס דזשי-די-פּי -- דער סך הכל ווערט וואס די גאנצע עקאנאמיע פראדוצירט אין משך פון א יאר.

טראץ דער ווארענונג, האט ספענסער אונטערגעשטראכן אז די מעגליכקייט פון אן עקאנאמישן צוזאמבראך אין כינע, וועמענס עקאנאמיע איז שטארק מיט גינסטיגע פאראויסשאצונגען, בלייבט פארהעלטניסמעסיג נידעריג. דאס איז צום טייל צום פארדאנקען דעם סורפלוס וואס די כינעזישע רעגירונג האט, פון וואו די רעגירונג קען שעפן געלט אין פאל פון א קריזיס, צו האלטן די עקאנאמיע סטאביל.

בילד: כינעזישע עקאנאמיע אומזיכער קעגן קראך

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל