אין וואס מעיאר דעבלאזיא באצייכנט אלס "א דראסטישן שריט פאר א דראסטישן פראבלעם", וועט די שטאט ניצן איר "עמינענט דאָמעין" רעכטן איבערצונעמען דאס בעלות אויף פון 25 ביז 30 געביידעס וואס זענען באזעצט מיט היימלאזע משפחות, און זיי פארוואנדלען אין צוגענגליכע דירה-פראיעקטן.

"עמינענט דאָמעין" איז א געזעץ וואס דערלויבט די רעגירונג, פעדעראלע צו לאקאלע, אפצוקויפן א שטח אדער געביידע אפילו קעגן דעם ווילן פונעם אייגנטימער.

אונטער דעם פלאן, וועט די שטאט אפקויפן בלויז אזעלכע געביידעס וואו רוב -- כאטש איבער פופציג פראצענט -- פון די איינוואוינערס באשטייען פון היימלאזע פאמיליעס, וועמענס רענט ווערט באצאלט דורך איינער פון די עטליכע פראגראמען געווידמעט אזעלכע צוועקן.

די סיטי האט באשלאסן צו נעמען דעם שריט, נאך שארפער קריטיק פון מערערע ריכטונגען אז א סך פון די געביידעס וואו די שטאט צאלט דעם רענט פאר היימלאזע משפחות געפינען זיך אין א נאכגעלאזטן צושטאנד, און די אייגנטימער געבן זיך נישט געהעריג אפ מיט די דירות. איינמאל די שטאט וועט אפקויפן די געביידעס, רוב פון וועלכע געפינען זיך אין דער בראנקס, וועט די סיטי'ס האוזינג אגענטור רענאווירן און איבערפרישן די דירות, און באזעצן די בנינים מיט היימלאזע פאמיליעס.

לויט'ן פלאן, וועט די שטאט שאפן פרישע צען-טויזנט אזעלכע דירות אין לויף פון די קומענדיגע פינף יאר.

בילד: שטאט וועט ניצן "עמינענט דאמעין" איבערצונעמען בנינים פאר היימלאזע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל