וואשינגטאן – נעכטן האט מען געהערט ווארענונגען פון קאנגרעסלייט און סענאטארן, סיי רעפובליקאנער און סיי דעמאקראטן, אז פאר זיין אייגענע טובה, זאל זיך פרעזידענט טראמפ איינהאלטן פון אריינרעדן אין די אנגייענדיגע אויספארשונגען איבער זיין קאמפיין'ס קאמיוניקאציעס מיט רוסישע באאמטע.

"איך וואלט געזאגט פאר'ן פרעזידענט פשוט, ס'איז דא אן אנגייענדיגע אויספארשונג, און צו קאמענטירן דערויף, לייגט ער זיך אליינס אריין אין לעגאלע פראבלעמען", האט דער רעפובליקאנער סענאטאר לינדזי גרעהעם געזאגט, און ענליך האט די דעמאקראטישע סענאטארשע דייען פיינסטיין געזאגט.

די ווארענונגען פון די געזעצגעבער קומט נאכדעם וואס טראמפ האט שבת געשריבן אז ער האט ארויסגעווארפן מייקל פלין פון ווייסן הויז וויבאלד ער האט ליגנט געזאגט פאר די עף-בי-איי. דאס הייסט אז דער פרעזידענט האט געוואוסט אז פלין האט ליגנט געזאגט פאר פעדעראלע באאמטע, און ער האט דאס באהאלטן.

טראמפ'ס לאיער דזשאן דאוד האט זונטאג געזאגט אז ער האט געשריבן דעם מעסעדזש פאר טראמפ, און ער האט בלויז בטעות געשריבן "עף-בי-איי", זאגנדיג אז דער פרעזידענט האט נישט געוואוסט ביז יעצט אז פלין האט ליגנט געזאגט פאר די עף-בי-איי, נאר ער האט אים אויפגעזאגט וועגן ליגנט פאר'ן וויצע פרעזידענט.

בילד: געזעצגעבער ווארענען טראמפ נישט אריינצורעדן אין אויספארשונגען

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל