די בריטישע פרעסע האט היינט באריכטעט אז סייף אל-איסלאם קאדאפי, דער זון פונעם אומגעברענגטן פירער און דיקטאטור מואמאר קאדאפי, שפילט א דאמנינאנטע ראלע אין סטאביליזירן ליביע און ער האט די מעגליכקייטן צו איבערנעמען די מאכט און גיין אין זיין פאטער׳ס פוסטריט. דאס קומט בלויז א יאר און האלב נאכדעם וואס ער איז באפרייט געווארן פון טורמע ווי ער איז געזיצן 6 יאר, נאכדעם וואס ער איז אייגנטליך פאראורטיילט געווארן צום טויט אין א ליביער געריכט און איז באצייכנט געווארן אלס ״פיינט פונעם פאלק״.

קאדאפי דער זון געניסט פון שטייגנדע פאפולאריטעט ביים ליביער פאלק, ווי טייל בענקן זיך שוין צוריק צו די אייזערנע פויסט פון זיין פאטער, וויבאלד אצינד איז ליביע אין כאאס צוליב די פילע טעראר גרופעס וואס געוועלטיגן דארט. די פרעסע ברענגט ערשטהאנטיגע געשפרעכן מיט ליביער איינוואוינער וועלכע זאגן אז טראץ וואס זיי האבן געהאלטן אז ער איז א פאררעטער האבן זיי אבער געטוישט זייער מיינונג און זיי האלטן אז ער איז דער איינציגער וועלכער קען באזיגן אלע טעראר גרופעס אין ליביע, און לויט די באריכטן האט ער באוויזן צו צוזאמעננעמען מערער שבטים צו פירן א פאראייניגטע קאמפ קעגן די טעראר גרופעס, און האט שוין באוויזן צו אויסרייניגן די שטאט סאבראטא פון טעראר.

בילד: סייף אל-איסלאם קאדאפי

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל