מינעסאטע – שרעקליכע פרעסטן האבן זיך נעכטן אראפגעלאזט אויף רוב פונעם צפון טייל פון די פאראייניגטע שטאטן, אריינגערעכנט אין ניו יארק, וואו דער וועטער האט דערגרייכט ביי ארום צען דעגרי און נידריגער אין די נאכט שטונדן, און אין ניו דזשערסי וואו מיט די ווינטן איז געווען 2 אונטער זערא. אין דער שטאט אינטערנעשאנעל פאללס, מינעסאטע, וועלכע איז אייביג ביטער קאלט און טראגט דעם צונאמען אלס "דאס אייז שאכטל פון אמעריקע", איז געבראכן געווארן א רעקארד, ווען עס איז געווען נעכטן אזוי קאלט ווי 37 אונטער זערא, ברעכנדיג דעם רעקארד פון 32 אונטער זערא דעגרי, וועלכע איז געווען אין יאר 924'. אויסער דעם האבן זיך אראפגעלאזט שווערע שנייען, הויפטזעכטליך אין אירי, פענסילוועניע, וואו עס איז געפאלן א רעקארד פון 65 אינטשעס שניי אין די לעצטע 3 טעג, און היינט דאנערשטאג איז ערווארטעט צו פאלן נאך 10 אינטשעס.

בילד: ס'ציפעדיג קאלט איבער'ן לאנד

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל