עס איז נישט קיין סוד אז כינע שטיצט די אסאד רעזשים זינט די אנהייב פונעם ציווילן קריג, הויפטזעכליך דיפלאמאטישע שטיצע און אזוי אויך דורך צושטעלן געווער, און די לעצטע וואכן האט זיך אויך אפגעשיקט טויזנטער טאן פון רייז צו העלפן מיט די הונגער קריזיס, אבער די כינזערע רעגירונג האט ווי עס שיינט גענומען א גאר דראמאטישע שריט און וועט שיקן מיליטערישע קרעפטן צו העלפן די אסאד רעזשים. אומבאשטעטיגטע באריכטן זאגן אז צווי קאמאנדא איינהייטן פון כינע וועלן אין די קומענדיגע טעג לאנדן אין סיריע ווי זיי וועלן זיך אנשליסן אין די קאמפן, הויפזעכליך וועלן זיי צילן צו אויסראטן די טעראריסטישע גרופע וועלכע רופט זיך די ״איסלאמישע פארטיי פון טורקיסטאן״ א טעראר גרופע וועלכע שטאמט פון די אויגארישע געגענט אין כינע. עקספערטן זאגן אויך אז דאס איז א טאקטיק פון כינע צו זיך אנשליסן אין די נצחון פון די אסאד קרעפטן און אזוי ארום באקומען צוטריט צו די ביליאנען דאלער אין קאנטראקטן וועלכע וועלן קומען צו צוריק אויפבויען די רואינירטע שטעט אין סיריע.

בילד: כינע וועט שיקן מיליטערישע קאמאנדא קיין סיריע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל