די רעפובליקאנער געזעצגעבער אין סענאט לויפן קעגן דעם זייגער דורכצופירן א בודזשעט די וואך נאך פאר פרייטאג, ווען עס לויפט אפ די פארלענגערונג וואס איז באשטימט געווארן ביז די רעגירונג קומט צו אן אויטאמאטישע שאט-דאון, און אזוי אויך צו אניאגן דעם אולטימאטום פונעם פרעזידענט, וועלכער האט געזאגט אז ער וויל עס אונטערשרייבן נאך פאר דעם נייעם יאר למספרם. דאס איז באזונדערס וויכטיג פאר די רעפובליקאנער, נעמענדיג אין באטראכט אז אין די קומענדיגע וואכן וועט די מאיאריטעט ווערן איינגעשרומפט ווען דער נייער דעמאקראטישער סענאטאר פון אלאבאמע וועט איינגעשוואוירן ווערן.

ווי עס שיינט, געניסט שוין דער שטייער ביל פון די נויטיגע שטיצע, נאכדעם וואס די צוויי מערסט אויסגעשפראכענע סענאטארן, מארקא רוביא פון פלארידע און באב קארקער פון טענעסי, האבן נעכטן געמאלדן אז אצינד שטיצן זיי שוין דעם ביל, נאכדעם וואס עס איז זיי געלונגען צו אריינלייגן געוויסע ענדערונגען.

די רעפובליקאנער האפטן דערמיט צו אפצייכענען דעם ערשטן ערנסטן לעגיסלאטיווען זיג פאר דער טראמפ אדמינסטראציע.

דער ענדגילטיגער פלאן איז צום ערשטן מאל פארעפנטליכט געווארן דעם פרייטאג, און עס אנטהאלט די גרעסטע ענדערונגען פאר די שטייער קאוד אין איבער 30 יאר, הויפטזעכליך מיט דעם וואס עס נידערט קארפערעיט שטייערן מיט א באדייטנדע 9 פראצענט, פון 35 צו 21.

אן אומפארטייאישע שטודיע אין קאנגרעס צייגט אבער, אז די הויפט פארדינער וועלן זיין די גאר רייכע, און ארום 76 פראצענט אמעריקאנער זענען מסכים מיט דער באהויפטונג.

בילד: רעפובליקאנער געזעצגעבער ארבעטן צו באשטעטיגן שטייער שניטן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל