מאסקווע – אלעקסיי נאוואלני, דער העכסטער אפאזיציע פיגור קעגן וולאדימיר פוטין אין רוסלאנד, קען נישט לויפן אין די פרעזידענט וואלן אין יאר 18' – לויט א סופרים קאורט אורטייל נעכטן. נאוואלני האט פאריגע וואך אריינגעגעבן אן אפליקאציע צו לויפן פאר פרעזידענט, האבנדיג גענוג און נאך אונטערשריפטן, אבער די רוסישע רעגירונג עלעקשאן קאמיסיע האט דערקלערט אז נאוואלני קען נישט לויפן, צוליב זיין קרימינאלן רעקארד. נאוואלני און זיינע שטיצער האבן אריינגעגעבן דאקומענטן אינעם סופרים קאורט, אז ס'איז נישט יושר'דיג וואס מ'לאזט אים נישט לויפן, אבער דער סופרים קאורט האט געגעבן גערעכט פאר דער עלעקשאן קאמיסיע און ענדגילטיג געזאגט אז נאוואלני קען נישט לויפן.

בילד: רוסישע סופרים קאורט קעגן נאוואלני

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל