אן אויפרייס אין א ליבישן אויל-רער האט געפירט צום גרעסטן אויל-פרייזן שפרינג אין די לעצטע צוויי און א האלב יאר.

די סיבה צום אויפרייס, וואס האט געשטערט די פראדוקציע פון הונדערט-טויזנט פעסלעך אויל פער טאג, איז דערווייל נאכנישט קלאר, און דער פרייז פון א פאס אויל איז געשטיגן צו איבער זעכציג דאלאר, וואס איז פארט היפש נידעריגער ווי די הונדערט דאלאר פער פעסל אויל מיט דריי יאר צוריק.

דורכאויס 14', 15', און 16', זענען די אויל-פרייזן אנגעקומען צו רעקארד-נידעריגע ציפערן, ביז אזוי ביליג ווי 25 דאלאר א פעסל. די פרייזן האבן זיך אנגעהויבן הייבן נאך דעם וואס 'אָפּעק', דער פארבאנד פון אויל-פראדוצירנדע לענדער, האט אפגעמאכט צו שניידן די אויל-פראדוקציע און אזוי ארום צוריק ארויפטרייבן דעם פרייז.

בילד: אויל-פרייזן שטייגן צוליב רער-אויפרייס אין ליביע

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל