וואשינגטאן – די "פעדעראלע קאמיוניקאציע קאמיסיע" האט נעכטן אפגעהאלטן א קריטישע אפשטימונג, ביי וועלכע א מערהייט קאמיסיע מיטגלידער האבן געשטימט צו אנולירן רעגולאציעס וועלכע פארזיכערן נייטראליטעט אויפ'ן אינטערנעט. ביז יעצט זענען געווען אין פלאץ רעגולאציעס וואס האבן געזאגט אז די פירמעס וועלכע שטעלן צו אינטערנעט סערוויס, מוזן געבן די זעלבע "ספיד" פאר אלע וועבזייטלעך, און טארן נישט מאכן שנעלערע אינטערנעט פאר וועבסייטס וואס זיי האבן דערין אן אינטערעסע, אדער בלאקירן צוטריט צו וועבסייטס קעגן וועלכע זיי האבן אן אגענדע. אצינד, אז די רעגולאציעס זענען בטל, וועלן די פירמעס קענען קאנטראלירן דעם אינטערנעט, און ליבעראלע אקטיוויסטן האבן זיך ממש געריסן די האר פון קאפ דערוועגן, שרייענדיג נעכטן אז ס'איז עק וועלט.


בילד: נעט נוטראליטי אנולירט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל