א דזשורי האט געאורטיילט אז די שטאט זאל באצאלן א 2.4-מיליאן דאלאר געלט-שטראף צו א מענטש וועלכער איז אומשולדיג ארעסטירט געווארן אין 08'.

די געשיכטע האט זיך אנגעהויבן מיט א קאר-סערוויס שאפער, וועלכער איז געשטאכן געווארן דורכאויס א רויבעריי. אן עדות, וועלכער איז אנוועזנד געווען, האט מיט עטליכע טעג שפעטער אפגעשטעלט צוויי פאליציאנטן און געזאגט, אז דער פארברעכער געפינט זיך אויף דער אנדערער גאס. די פאליסלייט זענען אהינגעפארן, און פארהאלטן דעם 32-יעריגן טאקונבא אנילוד, אן זיך אומקערן מיט אים צום עדות און פעסטשטעלן אויב ער איז ווירקליך דער פארדעכטיגטער.

אנילוד איז געהאלטן געווארן אין א קליין צימערל מיט פארבינדענע הענט פאר אכצן שעה. שפעטער איז ער אפגעפירט געווארן צו דער ברוטאלער 'רייקערס איילאנד' טורמע, וואו ער האט געשמאכט איבער צוויי וואכן. אפילו נאכ'ן ארויסגעלאזט ווערן, האט די פאליציי זיך אנטזאגט אפצואווארפן דעם קעיס און געפרואווט אנקלאגן אנילוד אינעם מארד פון יענעם טאקסי-שאפער. די קלאגעס זענען צום סוף ארויסגעווארפן געווארן, ווייל עס זענען נישט געווען קיין שום באווייזן וואס זאלן פאבינדן אנילוד מיט דעם פארברעכן.

וויבאלד די פאליציי האט נישט געוואלט אנערקענען אין איר טעות, איז אנילוד געבליבן מיט דער רעפוטאציע און שכנים און באקאנטע האבן אפגעהאקט מיט אים. נישט קענענדיג דערטראגן די בושות, האט אנילוד צום סוף זיך אריבערגעצויגן אין אן אנדערן סטעיט. פון דארט האט ער אויפגענומען אן אדוואקאט, און אנגעקלאגט דעם פאליציי דערפארטמענט -- וועלכער האט געפרואווט זאגן אז אן עדות האט שפעטער יא אידענטיפיצירט א בילד פון אנילוד אלס דער שולדיגער, א באהויפטונג וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין שקר. א דזשורי האט אים געגעבן גערעכט און געאורטיילט אז די סיטי זאל באצאלן אנילוד 2.4-מיליאן דאלאר אנטשעדיגונג.

בילד: שטאט וועט צאלן אנטשעדיגונג פאר אומשולדיגן ארעסט 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל