א נארוואס-פארעפנטליכער באריכט אינעם "וואל סטריט זשורנאל" ווייזט אן, אז דער רענט פאר אפיסעס אויף דער פינפטער עוועניו אין מאנהעטן זענען די צווייט-העכסטע אין די פאראייניגטע שטאטן.

דער דורכשניטליכער פרייז פאר אפיס-פלאץ אין דער מידטאון-געגנט אויף דער פינפטער עוועניו, וואס ציט זיך פון דער 50סטער ביז דער 61סטער גאס, האלט ביי איבער 116 דאלאר פער קוואדראט-פוס. ווען עס קומט צו שענערע, מער-אהערגעשטעלטע אפיסעס, קען דער פרייז אנקומען אזוי הויך ווי 185 דאלאר פער סקווער-פוס. דאס הייסט, אז פאר אן אפיס פון ארום צוויי-הונדערט קוואדראט-פיס צאלט מען א חודש'ליכן רענט פון איבער 23-טויזנט דאלאר.

חוץ דעם עצם פלאץ פון דער פינפטער עוועניו אין מידטאון מאנהעטן, קומט אויך צו דער פאקט וואס רוב העכערע שטאקן פון יענע אפיס-געביידעס פארמאגן אן אויסקוק צו פארקס און נאטור -- א זעלטענע אייגנשאפט אין דער אנגעלייגטער מאנהעטן.

דאס טייערסטע פלאץ אין לאנד פאר אפיס-ספעיס געפינט זיך אינעם אנדערן עק פון די פאראייניגטע שטאטן, אין מענלאו פארק, קאליפארניע, וואו דער דורכשניטליכער פרייז איז איבער 119 דאלאר פער קוואדראט-פוס.

די טייערע מידטאון-פרייזן ברענגען טאקע שיין-געלט פאר די אייגנטימער פון אפיס-געביידעס, אבער פארטרייבן אין דער זעלבער צייט א סך ביזנעסער, וועלכע ציען זיך אריבער צו אנדערע ערטער אין מאנהעטן, וואס פארמאגן אויך די שיינע אויסקוקן אבער פאר א פיל-נידעריגערן פרייז. יענער טייערער שטח אויף דער פינפטער עוועניו האט טאקע נאענט צו צוועלף פראצענט אפיס-ערטער וואס שטייען ליידיג, וואס איז העכער ווי דעם צען-פראצענט ציפער פון מאנהעטן בכלל.

בילד: אפיס-רענט אויף פינפטער עוועניו צווייט-העכסטע אין לאנד 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל