א מילטערישע געהילף צו פרעזידענט וולאדימיר פוטין האט געזאגט פאר די ארטיגע פרעסע אז די רוסישע רעגירונג און מיליטער זענען גרייט פאר די מעגליכקייט אז עס וועט אויסברעכן א פולשטענדיג קריג צווישן אמעריקע און נארט קארעא. דער הויפט פון די רוסישע נאציאנאלע זיכערהייט קאנסיל ניקאליי פוטרעשאוו האט געזאגט אז די אויסברוך פון אזא קריג איז גאנץ מעגליך און רוסלאנד גרייט זיך דערויף, אבער האט נישט געזאגט וואספארא ראלע רוסלאנד וועט שפילן אויב און ווען אזא קריג ברעכט טאקע אויס.

רוסלאנד האט א גרעניץ מיט צפון קארעא, און דורכאויס די לעצטע דריי מאנאטן טוט די רוסישע מיליטער דורכפירן דארט מאסיווע מאנאווערעס, אבער די מיליטער האט דערווייל נישט באשטעטיגט אויב די מושטירונגען זענען פארבינדען צו די אנגעצויגקייט צווישן אמעריקע און נארט קארעא, אבער דער נאצינאנאלע זיכערהייט הויפט האט געזאגט אז רוסלאנד האפט אז די קריזיס זאל געלייזט ווערן מיט דיפלאמאטישע מיטלן און איז ביי די מיינונג אז אמעריקע מוז אויפהערן אירע מיליטערישע אקטיוויטעטן אינעם קארעאר האלב אינזל, און די רעזשים אין נארט קארעא זאל אין אויסטויש אויפגעבן איר נוקלעארער פראגראם, א שטעלונג וואס אויך כינע נעמט אינעם קאנפליקט.

בילד: רוסלאנד גרייט זיך פאר קריג צווישן אמעריקע און נארט קארעא

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל