די אוקראינער אויטאריטעטן און די פרא-רוסישע סעפאראטיסטן און רעבעלן זענען געקומען צו א פארשטענדעניש איבער א ארעסטאנטן אויסטויש, די גרעסטע אזא סארט זינט די אנהויב פונעם קאנפליקט אין 2014, עס זענען באפרייט געווארן 260 פאליטישע ארעסטאנטן פון די רעבעלן, אין אויסטויש פאר 70 אוקראינער זעלנער וואס זענען געהאלטן געווארן דורך די רעבעלן, עס איז די ערשטע ארעסטאנטן אויסטויש אין די לעצטע 15 מאנאטן. די ארעסטאנטן אויסטויש איז שין געשלאסן געווארן אין די ״מינסקער אפמאך״ וואס איז געשלאסן געווארן צווישן ביידע זייטן, אבער איבער די לעצטע יאר האבן ביידע זייטן אויסגעטוישט קעגנזייטיגע באשולדיגונגען איבער ווער עס האלט נישט איין דעם אפמאך. די יעצטיגע אויסטויש ווערט געזען ווי א פאזיטיווע צייכן פון פארשריט וואס קען מעגליך פירן צו א ענדע צו די קאנפליקט וואס האט זיך פארארגערט אין די לעצטע וואכן.

בילד: אוקראינע און פרא-רוסישע רעבעלן פירן דורך ארעסטאנטן אויסטויש

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל