וואשינגטאן – קוועלער אינערהאלב די טראמפ אדמיניסטראציע האבן נעכטן געזאגט, אז פרעזידענט טראמפ האט באשלאסן צו נאמינירן פיליפ גאלדבערג אלס נייער אמעריקאנער אמבאסאדאר אין קובא. גאלדבערג איז א לאנגיעריגער אמעריקאנער דיפלאמאט, האבנדיג שוין געדינט אונטער פילע פרעזידענטן, אריינגערעכנט דער צווייטער פרעזידענט בוש, און עטליכע סענאטארן האבן אויסגעדרוקט צעפרידנהייט איבער טראמפ'ס באשלוס, זאגנדיג אז גאלדבערג וועט גרינג און שנעל באשטעטיגט ווערן פאר די פאזיציע.

גאלדבערג'ס פאטענציעלע נאמינירונג אלס אמבאסאדאר אין קובא, קומט אבער אין א צייט ווען די ארטיגע אמעריקאנער אמבאסאדע איז כמעט אויסגעליידיגט פון ארבעטער, צוליב וואס די אמעריקאנער רעגירונג האט יעדן אהיימגערופן אין שאטן פון די מיסטעריעזע "סאניק" אטאקעס וואס האבן געברענגט ערנסטע געזונטהייט קאמפליקאציעס פאר פילע דיפלאמאטן.

אויך איז גאלדבערג קאנטראווערסיאל אין די פרא-סאציאליסטישע לענדער, און אין 2008 האט אים באליוויע פארשיקט, באשולדיגנדיג אים אין אנפירן א געהיימע אנטי-רעגירונג קאנספיראציע.


בילד: טראמפ נאמינירט נייעם קובא אמבאסאדאר

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל