קענסאס – די פעדעראלע רעגירונג האט נעכטן פארעפנטליכט די קלאגעס קעגן א פארשוין וועלכער האט געמאכט א סעריע סטראשונקעס קעגן שוהלן און אנדערע אידישע אינסטיטוציעס אינעם קענסאס סיטי ראיאן און אין וואשינגטאן די-סי. דער פארשוין איז נעכטן אידענטיפיצירט געווארן אלס דער 25 יעריגער פארד קעווין קוטס (Ford Kevin Coots) פון יוריטש, מיזורי, און ווי די עף-בי-איי שילדערט אין די געריכטליכע דאקומענטן, האט ער אין אפריל 24 היי יאר טעלעפאנירט די אוהב שלום שוהל אין וואשינגטאן די-סי און זיי געזאגט אז 66 באמבעס גייען אויפרייסן אין דער שוהל געביידע. אויסער די קלאגעס פאר'ן מאכן די באמבע סטראשונקעס, ווערט קוטס אנגעקלאגט אז ער איז איבערגעפאלן אן עף-בי-איי אגענט מיט א שאוול, ווען דער אגענט איז געקומען צו קוטס' עלטערן אהיים אים אויסצופארשן איבער די סטראשונקעס.

בילד: קלאגעס איבער סטראשונקעס קעגן אידן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל