וואשינגטאן – א מאסיווער שטורעם קאכט זיך אין וואשינגטאן, איבער אימעילס וואס דער פראקוראר ראבערט מוללער האט געלייגט א האנט דערויף, און טראמפ באאמטע שרייען אז ער האט עס באקומען אומלעגאל. די רעדע איז פון טויזנטער אימעילס פון 12 באאמטע וועלכע האבן געארבעט אינעם "טראמפ טראנזישאן", וואס מוללער האט שוין ביז אהער גענוצט שטיקער פון די אימעילס, צוזאמצושטעלן מעגליכע קלאגעס און אויספארשונגען אויף עטליכע טראמפ קאמפיין באאמטע. לאיערס פאר פרעזידענט טראמפ טענה'ן אז מוללער האט געדארפט ספעציפיש בעטן ערלויבעניש פונעם טראנזישאן (וועלכע עקזיסטירט נאך אפילו יעצט ווען טראמפ איז שוין אין ווייסן הויז) צו באקומען די אימעילס, און דער פאקט אז מוללער האט נישט געבעטן, באדייט אז ער האט עס באקומען אומלעגאל. עקספערטן זאגן אבער אז די טויזנטער אימעילס זענען געליגן ביי דער פעדעראלער "דזשענעראל סערוויסעס אדמיניסטראציע", וועלכע שטעלט צו אלע לאגיסטישע געברויכן פאר יעדן פרעזידענטליכן טראנזישאן, אריינגערעכנט אימעיל סערוויס, און ביים צושטעלן די געברויכן, ווערט קלאר זיך אויסגענומען, אז אלע אימעילס וועלן זיין אפן צו סיי וועלכע לאו-ענפארסמענט באאמטע.

בילד: שטורעם איבער ראבערט מוללער און אימעילס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל