ארום 27,000 איינוואוינער אין קאליפארניע זענען געצווינגען געווארן צו פארלאזן זייערע היימען צוליב העלישע וואלד פייערן וועלכע בוזשעווען ארום די שטעט ווענטורע און סאנטא פאולע, ארום 70 מייל דרום פון לאס אנדשעלעס. טויזנטער געביידעס זענען אין געפאר פון פארניכטונג און זענען פארארדנט געווארן צו ווערן באלדיג עוועקיואירט, די פייער איז געטריבן געווארן דורך שטארקע ווינטן און טוט איינשלונגען טויזנטער אקערלאנד בלויז אין געציילטע שטונדן. דערווייל זענען שוין 150 געביידעס פארניכטעט און ארום 230,000 היימען אין די געגענט זענען אויסעשאלטערט פון עלעקטעריציטעט צוליב די פייערן. דערווייל טוט די פייער בודשעווען אויף ארום 45,000 אקערלאנד און ווערט באקעמפט דורך איבער 1000 פייערלעשער, און דערווייל האבן זיי נישט באוויזן צו באקומען קאנטראל איבער דעם פייער.

בילד: טויזנטער עוועקיואירט אין קאליפארניע צוליב וואלד פייערן



















גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל