שטורעמישע פראטעסטן קומען פאר אין לימא די הויפטשטאט פון פערו נאכדעם וואס דער פריש ערוויילטער פרעזידענט האט פארדאנירט דעם געוועזענעם פעראָוויער פרעזידענט וועלכער שמאכטעט אין טורמע צוליב מענטשן רעכט פארלעצונגען און מארד, אנגעבנדיג אז דער געוועזענער פרעזידענט איז אלט און שוואך און עס וועט זיין א שאנדע פאר פערו אויב ער שטארבט אין טורמע.

דער ווידער-ערוויילטער פרעזידענט פאבלא קוזינסקי (Pedro Pablo Kuczynski) האט פארדאנירט דעם געוועזענע פרעזידענט אלבערטא פודשימארי (Alberto Fujimori), וועלכער ווערט באטראכט דורך פילע אין פערו אלס דעספאט און דיקטאטור, אבער א גרויס טייל פון לאנד זענען נאך זיינע אנהענגער, בייי די לעצטע וואלן האבן די פראקציעס וואס שטיצן אים זיך פאראייניגט אונטער די קאנדידאטור פון זיין טאכטער, די שמאלע אויסגאנג פונעם פארמעסט האט געברענגט דערצו אז די פרא-פודשימערא פארטיי האט א מערהייט אין קאנגרעס, אבער דער פרעזידענט איז פון די קעגענערישע פראקציעס.

דער פרעזידענט האט ווי עס שיינט באשלאסן צו אים פארדאנירן אין א פרואוו צו פאראייניגן דאס לאנד נאך די וואלן שרייבנדיג ״נאך די וואלן קען איך מער נישט זיין לויאל בלויז צו מיינע וויילער, איך בין דער פרעזידענט פון אלע פעראוויער, און דעריבער שענק איך דעם געוועזענעם פרעזידענט א פארדאן אויף א הומאניטעראר באזיס״ די באשלוס האט אבער אויסגערופן אויפברויז ביי זיינע שטיצער וועלכע שטורעמען די גאסן מיט פראטעסטן.

פודשימערא איז פאראורטיילט געווארן אויף מענשטן רעכט פארלעצונגען נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן אז ער האט אויטאריזיט ״טויט-סקוואדס״ וועלכע האבן ערמארדעט מיטגלידער אין גארילע גרופעס, אלס טייל פון זיין קאמפ קעגן דראג שמוגלעריי, ער האט אויך אויפגעלעזט קאנגערס און רעגירט ווי א דיקטאטור, אבער זיינע שטיצער געדענקן אים צו גוטן אלס איינער וואס האט געראטעווען די פעראוויער עקאנאמיע און איר באפרייט פון די יאך פון דראג לארדן און אונטערוועלט.

בילד: פאליטישע אומרוען אין פערו נאכדעם וואס פרעזידענט פארדאנירט זיין פארגייער 

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל