געטריבן בעיקר דורכ'ן סוקסעס פון טעכנאלאגיע-פירמעס, האט די סטאק מארקעט ארויפגענומען אינוועסטארס צו באלעבאטישע הויכן און פארענדיגט דאס יאר 17' מיט א שיינעם סוקסעס.

די מארקעט איז אין לויף פונעם יאר שיין געוואקסן, אבער אויף א רואיגן, סאלידן פארנעם, וואס אנאליסטן באטראכטן אלס א גוטער סימן און אנדייטונג אויף סטאביליטעט און לכאורה-ווייטערדיגן וואוקס.

דער גוטער וועטער אויף דער מארקעט ווערט צוגעשריבן צו אן אלגעמיינער געזונטער עקאנאמיע אויף דער וועלט, ווי אויך גוטע ציפערן פון דער אמעריקאנער דזשאב-מארקעט.

בילד: סטאק מארקעט שליסט מוצלח'דיג יאר

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל