א דשורי אין סאן פראנציסקא האט נעכטן ריינגעוואשן דעם מעקסיקאנער אומלעגאלע אימיגראנט גארסיע זאראטעי פון מארד קלאגעס איבער די מארד פון קעיט סטיינעלע וועלכע איז פארגעקומען אין יולי 2015, די פראצעס האט באקומען שטארקע דעקונג נאכדעם וואס די מארד פון סטיינעלע איז נאכאנאנד גענוצט געווארן ביים קאמפיין דורך דאנעלד טראמפ צו צייגן די געפאר וואס די אומלעגאלע אימיגראנטן שטעלן פאר אמעריקאנער בירגער.

סטיינעלע איז טראגיש אומגעברענגט געווארן ביי א ביעטש באורד וואלק אין סאן פראנציסקא שפאצירנדיג מיט איר פאטער, ווען א קויל האט איר געטראפן און זי איז אומגעקומען עטליכע שטונדן שפעטער, פאליציי האט ארעסטירט זאראטעי וועלכער האט זיך מודה געווען אז ער איז דער מערדער. אבער שפעטער האבן זיינע אדוואקאטן געוויזן פאר די דשורי אז דאס מודה זיין איז געווען געצווינגען און איז ארויסגעשלעפט געווארן אונטער דרוק און דורך ליגנט זאגן פאר אים.

זיינע אדוואקאטן האבן געזאגט אז די שיסעריי איז געווען א טעות, נאכדעם וואס ער האט געטראפן דעם ביקס ליגן אין די אונטערשטע זיץ פון א פאליציי אויטא און האט עס בלויז געוואלט גנב׳נן און דאס צינגל האט זיך געדריקט און די קויל האט באטראפן סטיינעלע, אבער ער האט נישט געוואלט איר אומברענגען.

טראמפ האט געשוימט איבער די אורטייל און עס אנגערופן א שאנדע און באשולדיגט דעמאקראטן אז זיי זענען שולדיג, און אז די דשורי האט נישט געוויסט אז דאס איז שוין זיין זיבעטע פארברעכן (דאס איז אייגנטליך א געזעץ אין אמעריקע אז די דשורי טאר גארנישט וויסן איבער דעם פארברעכערס פארגאנגענהייט, אבער עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס דער פרעזידענט שוימט קעגן דעם געזעץ).

בילד: טראמפ רייסט אראפ ״שאנדפולע״ ריינוואשונג פון מעקסיקאנער מערדער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל