די ריטעיל-נעץ, טארגעט, האט ארויסגעטראגן פון אירע געשעפטן א קארטל-שפיל וואס איז באשטאנען פון אנטי-אידישע עפטיטן.

"אנטי-מענטשהייט קארטלעך" איז א פאפולערע שפיל, וואס באשטייט פון בכיוון-שטעכיגע און סארקאסישע זאצן און לאזונגען, וואס די שפילערס דארפן צוענדיגן. עס זענען פאראן מערערע ווערסיעס, און די לעצטע איז געווען וועגן אידן, מיט דעם קלאסישן מהלך פון דער שפיל, וועגן צינישע באמערקונגען און שטעכווערטער אויפ'ן חשבון פון דעם, וועגן וועמען די קארטלעך רעדן.

די יעצטיגע שפיל, איז בלויז איינע אין סעריע פון מערערע אזעלכע, יעדע פון וועלכע באשטייט פון דעם זעלבן גאנג. "די 'אנטי-מענטשהייט קארטלעך' איז א שפיל פאר שלעכטע מענטשן," שרייבט דער אויפטרעפער פון דעם סארט שפיל.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל