בוקארעסט – ראמעניע'ס געוועזענער קעניג, מייקל דער ערשטער, איז געשטארבן אין שווייץ אין עלטער פון 96 יאר. קעניג מייקל האט געפירט ראמעניע צוויי מאל, דאס ערשטע מאל פון יאר 1927 ביז 1930, און דערנאך פון 1940 ביז 1947. צווישן די מערסט-געדענקטע קאפיטלען פון זיין עפאכע אלס קעניג אין לאנד, איז געווען דאס וואס ער האט געברענגט אז ראמעניע זאל טוישן זייט ביי דער צווייטער וועלט קריג, ווען אין אוגוסט 1944 האט דאס ראמענישע מיליטער אויפגעהערט קעמפן אינאיינעם מיט די נאציס, און זיי האבן זיך אנגעשלאסן אין די אליאירטע קרעפטן. נאכ'ן צווייטן וועלט קריג, האבן די קאמוניסטן אים געצוואונגען אפצוטרעטן פון אמט, מיט א סטראשע דורכצופירן מאסן מארדן אויב טרעט ער נישט אפ, און דערמיט איז געקומען צו אן ענדע די עפאכע פון ראמעניע'ס קעניגרייך. ער איז דאן אנטלאפן און אריין אין באהעלטעניש, ביז די אנטי-קאמוניסטישע רעוואלוציע אין די ענדע 1980'ער יארן, ווען די נייע ראמענישע רעגירונג האט אים צוריקגעשאנקען זיין בירגערשאפט. ער האט אבער אויסגעלעבט זיינע יארן אין שווייץ.

בילד: ראמעניע'ס לעצטער קעניג געשטארבן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל