וואשינגטאן. – אן אפעלאט געריכט אין וואשינגטאן די-סי האט באשטעטיגט דעם אורטייל פון א נידריגערן געריכט, און האט ארויסגעווארפן די קלאגע וואס איז אריינגעגעבן געווארן קעגן דעם וואטער-פראוד פאנעל וואס פרעזידענט טראמפ האט אויפגעשטעלט. ווי מען געדענקט, האט פרעזידענט טראמפ נאך די וואלן אויפגעשטעלן א פאנעל צו פארשן וואלן שווינדלערייען, טענה'נדיג אז מיליאנען שטימען זענען געגעבן געווארן געפעלשטערהייט. דער פאנעל ווערט אנגעפירט דורך עקסטרעמיסטן וואס זוכן שטרענגערע וואלן געזעצן. זיי האבן פארלאנגט אינפארמאציע פון די סטעיטס, נעמליך ליסטעס מיט וויילער, אריינגערעכנט נעמען, די לעצטע פיר ציפערן פונעם סאושעל סעקיוריטי נומער, אדרעסן, געבורט דאטומען, פאליטישע אפיליאירונג, פעלאני פארברעכנס און וויילן היסטאריעס. 20 סטעיטס האבן זיך גלייך אפגעזאגט עס צו געבן, אנדערע צווייפלען נאך. די עלעקטראניק אינפארמאציע פרייוועסי צענטער האט אנגעקלאגט די רעגירונג איבער דער אנגעלעגנהייט, אבער דאס געריכט האט עס ארויסגעווארפן. דאך האט דער פאנעל נישט די געזעצליכע רעכטן צו צווינגען סטעיטס ארויסצוגעבן די אינפארמאציע.

בילד: אפעלאט געריכט ווארפט ארויס טשאלאנדזש קעגן וויילער-שווינדל פאנעל

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל