די "ראיעל שפאנישע אקאדעמיע", א קערפערשאפט וואס רעדאגירט דעם אפיציעלן ווערטערבוך פון דער שפאנישער שפראך, האט די וואך אריינגעפירט צוויי נייע ווערטער אין דער שפאנישער שפראך: "כשר" און "חומוס" (כומאָס).

דער אר-עי-אי, הויפטקווארטירט אין בוענאס אייראס, ארגענטינע, האט באשטעטיגט צוצולייגן די צוויי אידישליכע ווערטער צו דער שפאנישער שפראך. די צוויי ווערטער זענען שוין צוגעלייגט געווארן צו דעם אנליין ווערטערבוך און וועלן אריינגעדרוקט ווערן אין דער קומענדיגער אויפלאגע פונעם געדרוקטן ווערטערבוך, וואס וועט דערשיינען אינמיטן 18'.

איבער דער וועלט זענען פאראן 570-מיליאן שפאניש-רעדנדע מענטשן. די גרעסטע צאל געפינט זיך אין מעקסיקאו, נאכגעפאלגט ביי די פאראייניגטע שטאטן, וואו עס וואוינער 57-מיליאן שפאניש-רעדערס.

בילד: שפאנישער ווערטערבוך בארייכערט מיט צוויי ווערטער

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל