מאָנראָו. — ווי ערוואַרטעט, האָט די טאַון–באָורד באַשטעטיגט רעוויזיעס צו די מוניציפּאַלע זאָונינג און געענדיגט אַ מאָראַטאָריום אויף נייע הייזער, וואָס האָט געעפנט דעם וועג צו קענען ווייטער בויען הייזער נאָך אַ 19 –חדשים איינפרירונג.

די אָפּשטימונג איז אָבער געווען אַ צעטיילטע, און איז געווען אַ קולמינאַציע פון אַן אויסגעברייטערטע איבערזיכט פון די טאַון'ס לענד-נוץ רעגולאַציעס, וואָס האָט געשאַפן אַסאַך ענדערונגען און נעמט אַריין סיי אַ פאַרגרעסערונג און סיי אַ רעדוקציע אין די ערלויבטע האַוזינג געדיכטקייט און נייע באַשיצונגען פאַר געגענטער מיט קוואַל וואַסער. די אַפּדעיטעד קאָמפּריהענסיוו–פּלען און אַן אַמענדירטע זאָונינג קאָוד זענען דורך מיט 3 קעגן 2, ווען די קאַונסיללייט טאָני קאַרדאָון, מייק מעקגין און ריק קאָלאָן האָבן דאָס געשטיצט, בעת סופּערווייזער האַרלי דאָולס און קאַונסילמאַן דזשערי מעקוועיד זענען געווען קעגן.

די ענדערונגען זענען אַ רעזולטאַט פון אַ רעוויזיע פון די טאַון'ס קאָמפּריהענסיוו–פּלען וואָס האָט זיך אנגעהויבן אָנהויב 2016, באגלייט דורך אַ מאָראַטאָריום אויף אַלע האַוזינג בוי–אַרבעט. דעם פאַרגענגענעם מערץ האָט די באָורד פאַרעפנ ט ליכט אַ פאָרגעשלאָגענעם אַפּדעיט פון ד י קאָמפּריהענסיוו–פּלען און זאָונינג ענדערונגען, און האָט שפּעטער אָפּגעהאַלטן פּאָבליק–הירינגען דערויף.

די זאָונינג ענדערונגען אין די געביטן אינדרויסן פו ן מאָנראָו'ס ווילעדזשעס וועט ברענגען אַ רעזולטאַט פון אַרום 300 ווייניגער פּאָטענציעלע הייזער נאָכדעם וואָס דער טאַון איז פולשטענדיג אַנטוויקעלט. עס וועט ערלויבן צו בויען 1,666 הייזער אויף רעזידענץ באָדענס וואָס זענען יעצט אומאַנטוויקעלט, אין פאַרגלייך צו 1,969 וואָס עס געווען מעגליך אונטער די עקזיסטירענדע זאָונינג.

די גרעסטע ענדערונג וועט רעדוצירן ערלויבטע האַוזינג געדיכטקייט אויף 1,070 עיקערס אין מאָנראָו דורך פאַרגרעסערן די מינימום לאַט–גרויסקייט אין יענע געגענט צו דריי עיקערס, וואָס וועט זיין די טאַון'ס באַגרעניצסטע זאָונינג. אַלס רעזולטאַט פון די ענדערונג, וועט פאַלן די טאָטאַלע געגנט וואָס איז געזאָונט פאַר איין-עיקער אָדער האַלב-עיקער גורל מיט כמעט 1,270 עיקערס.

די פאַרקערטע ענדערונג וועט פאָרקומען צפון רוט– 17 , אין די געגנט נעבן קרית יואל. 217 עיקערס וואָס זענען יעצט געזאָונט פאַר איין-עיקער און דריי-עיקער לאַטס — פיל דערפון וואָס זענען שוין אַנטוויקעלט מיט איין-פאַמיליע הייזער — וועט ערלויבן פערטל-עיקער לאַטס, אויב עס וועט אַריינגעצויגן ווערן סוער–סערוויס אין די געגענט. די מינימום לאַט–גרויסקייט וועט זיין 1–עיקער אויב קיין סוער ווערט נישט אינסטאָלירט. אַ געגנט אַביסל ווייטער פון קרית יואל און גרעניצט זיך מיט קאַונטי רוט–44 (מאַונטעין ראָוד) וועט געזאָונט ווערן פאַר 1–עיקער לאַטס אַנשטאָט די ביז–יעצטיגע
3–עיקערס.

די גינסטיגערע זאָונינג אין יענע ערטער איז אַן אַנערקענונג פון די וואַקסענדע פאַרלאַנג פון די חרדי'שע געמיינדע פאַר מער האַוזינג און אַ געגנט וואו מען קען אָנקומען צופיס. דאָס איז צושטאַנד געקומען אַ דאַנק די אומערמידליכע אַרבעט פון די "קרית יואל אַלייענס" פאָרשטייער וועלכע זענען געזעסן שעות מיט די פּלאַנירער אַרויסצוברענגען די נויטווענדיגקייט פון צושטעלן גינסטיגע זאָונונג אין די געגענטער אַרום קרית יואל, וואָס וועט אויטאָמאַטיש נאָכלאָזן פונעם חרדי'שן ציבור צו זוכן פרישע געגענטער אינעם טאַון אויף די אַנדערע זייט פונעם רוט– 17 .

די לאַטס וועלן אָבער נאָך אַלץ אויסקוקן אַנדערש ווי אין קרית יואל, וואָס באַשטייט אַממיינסטענס פון קאָנדאָמיניומס וואָס ווערן אין לעצטע יאָרן געבויט אין אַ געדיכטקייט פון 20 אָדער מער דירות פּער עיקער. אין קאַנטראַסט, וועט מאָנראָו ערלויבן בלויז איין-משפּחה הייזער און געדיכטקייט נישט גרעסער ווי פיר הייזער פּער עיקער, ענליך ווי קרית יואל אַמאָל.

*

דערווייל ליגן נאָך עטליכע קלאַגעס פאַר סטעיט און פעדעראַלע געריכטן קעגן די מאָראַטאָריום אַריינגעגעבן דורך באָדן–
אייגענטימער מיט באַשטעטיגטע האַוזינג פּלענער.

אויך נאָכדעם וואס די מאָראַטאָריום איז שוין אַ פאַרגאַנגענהייט, פאַרלאַנגען די דעוועלאָפּערס פון די געריכטן זיי צו לאָזן פאָראויס ווייטער מיט זייערע פּראָיעקטן אונטער די פריערדיגע זאָונינג, און צו פאַרהיטן נייע באַגרענצונגען אויף עקסעסערי–אַפּאַרטמענטס וואָס די באָורד האָט באַשטעטיגט דעם פאַרגאַנגענעם יאָר.

די פאַרגאַנגענע וואָך האָט דער גוישען לאָיער גאַרדינער באַראָן געשיקט אַ בריוו צו סטעיט סופּרים קאָורט ריכטערין וואָלש אין נאָמען פון צוויי באָדן–אייגענטימער, מיט די טענה אַז זיי זענען באַרעכטיגט צו אַ "ספּעציעלע פאַקטן אויסנאַם" צו די נייע זאָונינג וויבאַלד די טאַון וואָלט האָט זיי נישט געלאָזט "פיילן" זייער סוב–דיוויזשאָן מאַפּעס פאַר'ן מאָראַטאָריום. אויב זיי וואָלטן דאָס געקענט "פיילן" פריער, וואָלטן זיי געקענט פאָרזעצן מיט זייערע האַוזינג פּלענער אויף ריי–היל ראָוד, האָט ער געזאָגט.

באַראָן האָט רעאַגירט — און אָפּגעוואָרפן — אַ בריוו פון איינעם פון טאַון–אָוו–מאָנראָו'ס לאָיערס וועלכער האָט דערקלערט די קלאַגע אַלס "מוט" (אומזיכער) ווי נאָר די נייע זאָונינג איז אָנגענומען געוואָרן. באַראָן האָט גע'טענה'ט, אַז די נייע זאָונינג וועט רעדוצירן די צאָל הייזער וואָס זיינע קליענטן קענען בויען און וועט פאַרמינערן די ווערד פונם באָדן וואָס זיי האָבן געקויפט מיט געוויסע האַוזינג ערוואַרטונגען. ער האָט געזאָגט, אַז די רעדוקציע אין די פּראָפיטן קען צעוואַרפן די פּלענער פאַר דעוועלאָפּערס צו בויען אַ ראָוד פּאַראַלעל צו ריי–היל ראָוד צו פאַרבינדן זייערע פּראָיעקטן און לויזער מאַכן די פאַרקער אויף ריי–היל.

ער האָט אויך געזאָגט, אַז אויב די נייע זאָונינג וועט זיין קאָמפּליצירט, וועט עס קאָסטן זיינע קליענטן מער צייט און געלט דורך זיי צווינגען צוריקצוקומען צו די פּלענינג–באָורד פאַר ווייטערדיגע איבערזיכט.

אין רעאַקציע האָט דעניס לינטש — אַ לאָיער פאַר'ן טאַון–באָורד — געזאָגט, אַז דאָס אַדאָפּטירן די נייע זאָונינג און דאָס ענדיגן די מאָראַטאָריום האט געלעזט רובֿ אָדער אַלע "לעגאַלע קלאַגעס" פון די דעוועלאָפּערס. ער האָט געזאָגט, אז די ריי–היל ראָוד דעוועלאָפּערס קענען באַקומען די עקזעמפּשאָן וואָס זיי זוכן פון די נייע זאָונינג בלויז אויב זיי קענען אויפווייזן אין געריכט אַז די טאַון–באָורד האָט אָנגענומען די אַמענדמענטס אויסדריקליך צו שטערן זייערע פּלענער.

אין סעפּטעמבער האָבן דריי ריי–היל ראָוד באָדן–אייגענטימער געקלאָגט דעם טאַון–אָוו–מאָנראָו אין פעדעראַלן געריכט איבער די מאָראַטאָריום, מיט די טענה אַז איר ציל איז צו בלאָקירן נייע האַוזינג פאַר די חסיד'ישע געמיינדע. זיי זוכן אַנטשעדיגונגען פאַר פינאַנציעלע פאַרלוֹסטן — וואָס זיי זאָגן — זיי האָבן געליטן און די אַנולירונג פון די נייע עקסעסערי–אַפּאַרטמענטס רעגולאַציעס, וואָס זיי זאָגן אַז דאָס דיסקרימינירט קעגן חסיד'ישע משפּחות.

בילד: טאַון–אָוו–מאָנראָו ענדיגט בוי–מאָראַטאָריום אויף נייע רעזידענץ הייזער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל