צוויי פאליציאנטן זענען 'דיסציפלינירט' געווארן פאר זייער ראלע אין דעם מארד פון א ניינצן-יעריגן בראנקס יוגנטליכן מיט פינף יאר צוריק.

סארדזשענט סקאט מאריס און פאליציאנט דזשאן מעקלאלין האבן באקומען אינערליכע שטראפן פונעם פאליציי דעפארטמענט, נאך דעם וואס ס'איז איבערגעוויזן געווארן אז דער אכצן-יעריגער ראמארלי גרעהעם, וועמען א פאליסמאן האט דערשאסן ביי יענעם אינדערהיים, איז בשעת מעשה געווען אומבאוואפנט, אנדערש ווי די ווערסיע פון דער פאליציי דעמאלט, וואס האט גע'טענה'ט אז דער פאליציאנט האט יענעם געשאסן אין פארטיידיגונג.

דער מערדער-פאליציאנט זעלבסט, ריטשארד העיסט, האט רעזיגנירט פון זיין אמט פריער אין יאר, נאך דעם וואס ס'איז קלאר געווארן אז דער דעפארטמענט גרייט זיך אים ארויסצואווארפן. העיסט איז אנגעקלאגט געווארן אין מארד, אבער א ריכטער האט ארויסגעווארפן די קלאגעס צוליב א טעכנישער סיבה מיט'ן קעיס.

מאריס און מעקלאלין, וועלכע זענען נישט אנגעקלאגט געווארן, האבן באקומען פארהעלטניסמעסיג-גרינגע שטראפן פונעם דעפארטמענט זעלבסט. די מוטער פונעם דערמארדעטן האט אויסגעדריקט אומצופרידנהייט מיט דעם, וואס די צוויי פאליציאנטן בלייבן נאך אלעמען אויף זייער אמט, און פארלאנגט אז זיי זאלן ארויסגעווארפן ווערן פונעם דעפארטמענט.

בילד: שטראף פאר פאליציאנטן וואס האבן דערשאסן אומבאוואפנטן יוגנטליכן

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל