ניו יארק סיטי – א געפעכט איבער א פארקינג ארט אינדרויסן פון א רעסטוראנט אין קווינס, איז פארוואנדלט געווארן אין א טויטליכע סצענע, איבערלאזנדיג איין פאטאליטעט און עטליכע אנדערע פארוואונדעט. דער אינצידענט האט פאסירט זונטאג פארטאגס, ווען דער 22 יעריגער אומאידענטיפיצירטער דרייווער האט זיך ארומגעשלאגן מיט אן אנדערן דרייווער איבער א פארקינג ארט, ווען דער דרייווער האט גענומען זיין קאר און ארויפגעפארן גאר ווילד אויפן טראטואר, וואו עס זענען געשטאנען אומשולדיגע פיסגייער. דאס אראפקלאפן די מענטשן מיט'ן קאר, איז געקומען נאכדעם וואס ער האט געשטאכן מיט א מעסער די צוויי מענטשן מיט וועמען ער האט זיך געשלאגן איבער'ן פארקינג ארט. איינער איז אומגעקומען, אידענטיפיצירט אלס 23 יעריגער ריקארדא שאטערגון, און פינף אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, און דער פארשוין האט צוערשט באוויזן צו אנטלויפן פון דער סצענע. די פאליציי האבן אים געכאפט זונטאג אינדערפרי, און ער וועט ווארשיינליך געקלאגט ווערן מיט מארד קלאגעס.

בילד: פאטאלע "היט ענד ראן" אין קווינס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל