וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט אז פרעזידענט טראמפ האט צווישן זיינע ראטגעבער און נאענטע פריינט באשולדיגט אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס אינעם פאקט וואס די רעפובליקאנער האבן געליטן א פארלוסט אין לעצטיגן סענאט פארמעסט אין אלאבאמא. דער באריכט צייגט אז טראמפ האט געזאגט, אז אויב סעשאנס וואלט פארבליבן דינען אויף זיין סענאט זיץ אין אלאבאמא, וואלט קיינמאל נישט געווען דער ספעציעלער סענאט פארמעסט, און די רעפובליקאנער וואלטן עס דעריבער אנגעהאלטן.

ס'איז אבער נישט קלאר וואס טראמפ'ס קריטיק איז, ווייל סעשאנס האט פשוט נישט אנגעהאלטן די זיץ, ווייל טראמפ האט אים נאמינירט צו דינען אלס אטוירני דזשענעראל.

בילד:פרישע טראמפ כעס אויף סעשאנס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל