לאס וועגאס – דער ברייט-באקאנטער נעוואדא פארמער קלייווען באנדי (Cliven Bundy), וועלכער שלאגט זיך נאכאנאנד מיט דער פעדעראלער רעגירונג איבער דעם וואס זיי לאזן אים נישט נוצן רעגירונג-קאנטראלירטע שטחים צו פיטערן זיינע בהמות, האט סימבאליש אפגעזאגט א ריכטער'ס אורטייל אז ער קען גיין פריי אויף בעיל. באנדי, אינאיינעם מיט זיינע צוויי קינדער און א פערטן פארשוין, ווערן אנגעקלאגט אז זיי האבן געוואלט נוצן באוואפנטע מאכט קעגן פעדעראלע אגענטן, ביי א דראמאטישן ווידערשטאנד און קריגעריי וואס איז פארגעקומען אין יאר 14' נעבן באנדי'ס גרויסן פארם אין נעוואדא, וואו די אגענטן זענען געקומען צו פארטרייבן די בהמות פון די פעדעראל-קאנטראלירטע שטחים. א ריכטער האט געאורטיילט מיטוואך אז קלייו קען גיין פריי אויף בעיל, אבער זיין לאיער האט נעכטן געזאגט אז קלייוו וועט פארבלייבן אין טורמע ביז זיין פראצעס, ווייל ער וויל מאכן א סימבאלישן סטעיטמענט, וויבאלד צוויי פון זיינע קינדער האבן דערווייל נישט באקומען קיין שאנס פאר בעיל, זייענדיג אונטער ארעסט אין א באזונדערן קעיס, וואס יענער פראצעס וועט זיך ערשט אנהייבן קומענדיגן יאר.

בילד: קלייווען באנדי

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל