בריסל – די רוסישע רעגירונג האט נעכטן אריינגעהויבן א שארפן פסק פונעם אמעריקאנער סעקרעטערי אוו סטעיט רעקס טילערסאן, וועלכער האט קאטעגאריש דערקלערט אז די אמעריקאנער רעגירונג וועט ניטאמאל קלערן פון צוריקשטעלן נארמאלע פריינטליכע באציאונגען מיט רוסלאנד, אזוי לאנג ווי די רוסישע רעגירונג האלט אן ווייטער איר שטיצע פאר די אנטי-רעגירונג רעבעלן אין מזרח אוקריינע. טילערסאן'ס שארפע ווערטער זענען געקומען נאך א זיצונג מיט עטליכע אייראפעאישע דיפלאמאטן פון אליאירטע לענדער, און פארשטייער פון די נאטא מיליטערישע אליאנץ, וואו טילערסאן האט צוגעלייגט אז ער שטיצט דעם געדאנק פון אריינשיקן "יו-ען שלום היטער" טרופן אין מזרח אוקריינע, א געדאנק וואס פוטין האט אויפגעברענגט אין יאר 2015, אבער טילערסאן האט געזאגט אז מען וועט מוזן געבן אסאך קאנטראל און מאכט פאר די יו-ען טרופן. טילערסאן האט אויסגעפירט אז בשעת מען פירט סיי וועלכע געשפרעכן מיט רוסלאנד, דארף מען זיין זייער פארזיכטיג, ווייל זיי זענען בכלל נישט פריינטליך און קיינער האט מיט זיי קיין נארמאלע באציאונגען.

בילד: רוסלאנד קריגט פסק פון טילערסאן

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל