א שפאציר וואס א מאמע האט געמאכט מיט אירס א קינד אין דער שטאט "בית שאן", האט זיי געברענגט א שיינע איבערראשונג, ווען זיי האבן אויפ'ן וועג געטראפן א מנורה געשאצט צו זיין 2,200 יאר אלט -- ארום דער תקופה ווען די חשמונאים אין שפיץ פון יהודה המכבי האבן רעוואלטירט קעגן די גריכן מיט זייער קעניג אנטיוכוס, וואס האט זיך געענדיגט מיט דעם בארימטן רבים-ביד-מעטים ניצחון וואס מיר פייערן אין די טעג.

די מאמע האט באמערקט די מנורה, געמאכט פון ערד ("חרס"), ליגן ביי אן אריינגאנג צו א הייל. זי האט משער געווען אז דאס איז עפעס פון ארכאלאגישער ווערט, און האט זיך האט זיך פארבינדן מיט די אינסטאנצן. נאכ'ן אונטערזוכן די מנורה, האבן ארכאלאגישע עקספערטן פעסטגעשטעלט, אז זי קומט ווירקליך פון תקופת חשמונאים.

בית שאן איז אן אור-אלטע שטאט אין צפון פון לאנד, וואס איז אין דער תקופה פון די שופטים געפאלן אין דער נחלה פון שבט מנשה, וועלכע האבן זי אבער נישט באוויזן איינצונעמען פון די כנענים, אבער איז, ווי ס'איז משמע פון פסוק, שפעטער איינגענומען געווארן אין די צייטן פון שאול המלך.

בילד: מנורה פון תקופת חשמונאים געפונען אין ארץ ישראל

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל