וואשינגטאן – נעכטן איז אפירגעקומען א בריוו וואס אן אנאנימער באאמטער אינערהאלב טראמפ'ס קאמפיין האט געשיקט פאר קאנגרעס, ארום די אנגייענדיגע אויספארשונגען און אנקלאגעס קעגן טראמפ'ס געוועזענער נאציאנאלע זיכערהייט ראטגעבער מייקל פלין, און אינעם בריוו שילדערט דער באאמטער – וועמענס נאמען קאנגרעס ווייסט – אז נאכדעם וואס טראמפ האט געווינען די וואלן און מען האט זיך געגרייט צום טראמפ איינשווערונג, האט פלין געזאגט פאר זיינע געוועזענע ביזנעס שותפים, אז זיי זאלן זיך האלטן רואיג, ווייל אין די סעקונדע וואס טראמפ וועט אריינקומען אין ווייסן הויז, "וועלן מיר צערייסן די סאנקציעס קעגן רוסלאנד".

די שילדערונג פונעם אנאנימען באאמטן וועלכער האט דאס געשריבן פאר קאנגרעס, טוען איבערצייגן קלאר און דייטליך אז די טראמפ אדמיניסטראציע האט טאקע געהאט געפלאנט בטל צו מאכן די סאנקציעס קעגן רוסלאנד, און אויך אז פלין האט מעגליך געהאט א פריוואטע געלט-אינטערעסע צו זיכער מאכן אז די סאנקציעס ווערן בטל, ווייל ער און זיינע געוועזענע ביזנעס שותפים האבן מעגליך געהאט אינוועסטמענטס אין רוסלאנד, און דעריבער האט זיי פלין געלאזט וויסן אז זיי זאלן זיין רואיג אז די סאנקציעס גייען בטל ווערן.

בילד: פרישע בריוו ארום פלין אויפגעדעקט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל