אין קאנגרעס איז נעכטן דורכגעפירט געווארן א רעזאלוציע וואס וועט אפשטעלן פינאנציעלע שטיצע פאר די פאלעסטינער אויב טוען זיי ווייטער אנהאלטן מיט זייער פינאנציעלע באלוינונגען וואס זי שענקט פאר טעראריסטן און פאר זייערע פאמיליעס. דער ביל האט גענאסן פון אומפארטייאישע שטיצע און רופט זיך די ״טעילאר פארס״ ביל אויפ׳ן נאמען פון אן אמעריקאנער קאדעט וועלכער איז אומגעברענגט געווארן דורך א פאלעסטינער טעראריסט ווען ער האט זיך געפונען אויף א באזוך אין ירושלים. די פאלעסטינער אויטאריטעט האט רעאגירט מיט אויפברויז אז די געלטער וואס זי שענקט פאר די פאמיליעס פון ״מארטירער״ איז נישט קיין לוין פאר טעראריזם נאר א טראגישע פאקט אז זי מוז העלפן די פאמיליעס וואס האבן פארלוירן זייער ברויטגעבער צוליב די ״אקופאציע״ אבער געזעצגעבער ווייזן אן אז די באלוינונג איז מער ווי די דורכשניטליכע פארדינסט פון א פאלעסטינער פאמיליע.

בילד: קאנגרעס באשטעטיגט צו ענדיגן פינאנציעלע שטיצע צו פאלעסטינער צוליב שטיצן טעראר

בילד: טעילאר פארס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל