קאליפארניע – געזונטהייט אויטאריטעטן באטראכטן די מעגליכקייט פון פארשפרייטן די "פלו וואקסין לאטע", אנגעהויבן פון קומענדיגן יאר, אז מ'זאל דאס נעמען, אנשטאט דעם געווענליכן פלו "שאט" אדער איינשפריץ. דער פלאן ווערט באטראכט אינמיטן סאמע ברען פונעם פלו סעזאן היי יאר, ווען טויזנטער איבער'ן לאנד זענען שטארק אפעקטירט דערפון, און היי יאר זעט מען א באזונדער-שטארקע פארשפרייטונג פון דער "פלו בי" סארט. עקספערטן זאגן אז עס איז מעגליך אז פילע פון די פלו-וואקסינען האבן געהאט צו שטארקע דאזעס פונעם ווירוס זעלבסט, און דאס האט עווענטועל געברענגט אז מענטשן זאלן קראנק ווערן דערפון, און דעריבער קען זיין אז די לאטע-וואקסין איז בעסער, ווייל דאס גיט ארויס די פלו-דאזע אויף א פאמעלעכן און נישט אזא אגרעסיוון פארנעם.

בילד: פלו לאטע מעגליך בעסער

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל