דעפעקטירער פון די איזאלירטע נארט קארעא פארציילן אז די רעזשים האט לעצטנס דראסטיש געשניטן די ראציאנען פון דאס עסן און שפייז וואס זי פארטיילט פאר אירע אונטערטאנען, דאס איז צוליב די שווערע פינאנציעלע לאסט וואס די נוקלעארע פראגראם לייגט אויף די רעזשים און די שווערע אינטערנאציאנאלע סאנקציעס, אבער ווי עס שיינט איז הונגער בלויז איינס פון די נאכווייען וואס די נוקלעארע פראגראם האט אויף די בירגער פון נארט קארעא, לעצטע באווייזן באזירט אויף מעדיצינישע אונטערזוכונגען פון דעפעקטירער ווייזן אז די בירגער וועלכע וואוינען נאנט צו די נוקעלארע איינריכטונגען זענען אויסגעשטעלט צו הויכע שטאפלן פון ראדיציע וואס האט א שווערע עפעקט אויף זייער געזונט, ספעציעל צוליב דעם וואס דאס בארג אונטער וועלכע די נוקלעארע פראבעס ווערן דורכגעפירט איז א וויכטיגע וואסער קוואל פאר די ארומיגע ראיאן און די וואסער איז אינפעסטירט מיט ראדיאקטיווע אפפאל. דאס איז אויסער דעם וואס די פראבעס האבן שוין געברענגט צו א שווערע ערדציטערניש וואס האט ווארשיינליך אומגעברענגט הונדערטער, און אזוי אויך טוען וויסנשאפטלער ווארענען אז דאס בארג איז אויפ׳ן שוועל פון צוזאמענברוך, א זאך וואס קען ברענגן א מאסיווע קאטעסטראפע צוליב די שעדליכע מאס ראדיאציע וואס דאס קען באפרייען צו די אטמאספערע.

בילד

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל