סטיוו בענאן, דער געוועזענער הויפט סטראטעגיסט פונעם פרעזידענט וועלכער פירט אן א אייגענע נעץ פון אנטי-עסטעבלישמענט קאנדידאטן וועמען ער שטיצט און העלפט אויפטרייבן געלט האט געזאגט אז ער וועט מער נישט שטיין צוהילף פונעם קאנגרעסיאנעלן קאנדידאט פון וויסקאנסין וועלכער זוכן צו איבערנעמען די זיץ פון זיין געשוואוירענעם פיינט פאול רייען, טראץ וואס ער האט אים שטארק געשטיצט אין די פארלאפענע וואלן. דאס קומט נאכדעם וואס דער קאנדידאט פאול נעילען האט געלאזט הערן פיינטליכע קאמענטארן און אנטי-סעמיטישע אנדייטונגען, אזוי אויך האט די עקסטרעם רעכטע נייעס קוואל ״ברייטבארד״ געזאגט אז זיי וועלן מער נישט שטיצן נעיעלן וויבאלד ער האט איבערגעצויגן דאס שטריקל מיט אנטי-סעמיטיזם און ראסיזם. ווי עס שיינט מאכט עס נישט צופיל אויס ווייל סיי ווי האט ער - מיט זייער שטיצע - אנגעצויגן קארגע 15% פון די שטימען אין זיין דיסטריקט אין וויסקאנסין.

בילד: סטיוו בענאן און פאול נעהלען

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל