וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן אפיציעל אינדארסירט דעם רעפובליקאנער אלאבאמא סענאט קאנדידאט ראי מאור, נאך עטליכע וואכן וואס ער האט זיך אפגעהאלטן פון עס טאן. מאור לויפט אין א פארמעסט קעגן דעם דעמאקראטישן קאנדידאט דאג דזשאונס, און טראץ וואס דזשאונס האט קיינמאל נישט געהאט די מינדנסטע שאנס צו געווינען דעם פארמעסט, וויבאלד אלאבאמא איז א שטארק רעפובליקאנער סטעיט, האט מען געזען עטליכע לעצטע אנקעטעס וואס צייגן אז דזשאונס האט שטארקע שאנסן צו געווינען. טראמפ האט שוין אנגעדייטעט אז ער וואלט געשטיצט מאור, ווייל ער וויל נישט האבן נאך א דעמאקראט אינעם סענאט, אבער ער האט זיך צוריקגעהאלטן פון א פולן אינדארסמענט, צוליב מאור'ס סקאנדאלן. למעשה, שטייענדיג בלויז א וואך בעפאר'ן וואל-טאג אין אלאבאמא, האט אים טראמפ נעכטן אינדארסירט, און ער האט אים אויך טעלעפאנירט דירעקט פונעם עירפארס-וואן, זאגנדיג "גיי כאפ זיי, ראי".

בילד: טראמפ אינדארסירט מאור אין אלאבאמא

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל