אלאבאמא – דער סענאט פארמעסט וועלכע האלט שוין געשפאנט די פאליטישע וועלט פאר עטליכע מאנאטן, איז ענדליך דא, ווען וויילער אין אלאבאמא וועלן היינט דינסטאג ארויסקומען צו די שטים בודקעס אפגעבן זייערע שטימען אינעם סענאט פארמעסט, וואו עס לויפט דער רעפובליקאנער ראי מאור און דער דעמאקראט דאוג דזשאונס. דער פארמעסט האט זיך אנטוויקלט אלס א וויכטיגע פאליטישער טעסט פאר דער טראמפ אדמיניסטראציע, וואו מאור'ס קאמפיין מענעדזשער האט זונטאג געזאגט, אז דער פארמעסט איז א רעפערענדום אויף טראמפ'ס פרעזידענטשאפט, אבער עס האט אלץ אויסגעזען אז מאור וועט ווארשיינליך געווינען, וויבאלד אלאבאמא איז זייער א רעפובליקאנער-גענויגטע סטעיט. למעשה האבן אנקעטעס געצייגט אז דזשאונס האט א שאנס, אריינגערעכנט א "פאקס ניוז" אנקעטע נעכטן, און מען האט געהערט אז דער געוועזענער פרעזידענט אבאמא און וויצע פרעזידענט ביידען קאמפיינען און טעלעפאנירן לטובת דזשאונס, וועט דעריבער זיין אינטערעסאנט מיטצוהאלטן די וואל רעזולטאטן היינט נאכט.

בילד: קריטישע אלאבאמא סענאט פארמעסט

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל