וואשינגטאן קומט יעצט צוריק צו די ארבייט נאך א חגא אוירלויב, און דער פרעזידענט האט שוין געשטעלט דעם טאן מיט זיין קריגערישע טוויטס קעגן די עף-בי-איי און די אבאמא אדמינסטראציע, ער האט אנגערופן א דאסיער וואס איז גענוצט געווארן דורך די עף-בי-איי איבער זיינע מעגליכע פארבינדונגען מיט רוסלאנד א ״הויפן פון מיסט״ און באשולדיגט די עף-בי-איי אין זיין איינזייטיג אויף די זייט פון זיין קעגנער ״קרומע-הילערי קלינטאן״ ער שרייבט אז די דאסיער איז פינאנצירט געווארן דורך די קלינטאן קאמפיין און דאך האט די עף-בי-איי זיך באנוצט דערמיט.

דאס קומט נאכדעם וואס אין די לעצטע טעג האט טראמפ און אנדערע רעפובליקאנער אין וואשינגטאן געעפנט א געצילטע קאמפיין צו דערנידערן און באשמוצן דעם עף-בי-איי דעפיוטי דירעקטאר ענדרו מאקאבעי, אן אבאמא נאמינירטער וועמען זיי באשולדיגן אין איינזייטיגקייט און צייגן אן אז זיין ווייב איז נאנט פארבינדן צו די קלינטאן פאמיליע, מקעבי האט שוין געזאגט אז ער וועט רעזיגנירן אין די קומענדיגע וואכן. די ציל פון די אטאקעס איז צו אפשוואכן די צוטרוי וואס אמעריקאנער האבן אין די עף-בי-איי און אזוי ארום ברענגען צו די אויפלעזונג פונעם ספעציעלן קאנסול פון מיולער.

בילד:פרעזידענט טראמפ רייסט ארונטער די עף-בי-איי אין א סעריע פון טוויטס

גענומען מיט רשות פון פיינע נייעס

קאמאנטירט

פאריגע ארטיקל קומענדיגע ארטיקל